אויפן פריפעצ'יק - דער אלף-בייס
[ליד האח]
מאת מרק וורשבסקי
עברית: פ. קפלן
[בהרצאה: פולקלור יהודי?]
אויפֿן פריפעצ'יק ברענט אַ פֿײַערל און אין שטוב איז הייס און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך דעם אַלף-בית. [רעפרען]: זעט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע, טײַערע, וואָס איר לערנט דאָ; זאָגט זשע נאָך אַ מאָל, און טאַקע נאָך אַ מאָל: קמץ אלף – אָ! לערנט, קינדער, מיט גרויס חשק – אַזוי זאָג איך אײַך אָן; ווער ס'וועט גיכער פֿון אײַך קענען עברי, דער באַקומט אַ פֿאָן. [רעפרען]: זעט זשע, קינדערלעך ... לערענט, קינדער, האָט ניט מורא, יעדער אָנהייב איז שווער; גליקליך איז דער, וואָס האָט געלערנט תורה – צי דאַרף דער מענטש נאָך מער? [רעפרען]: זעט זשע, קינדערלעך ... איר וועט, קינדער, עלטער ווערן וועט איר אַליין פֿאַרשטיין וויפֿיל אין די אותיות ליגן טרערן און וויפֿיל געווען. [רעפרען]: זעט זשע, קינדערלעך ... אַז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפן, אויסגעמוטשעט זײַן זאָלט איר פֿון די אותיות כוח שעפן – קוקט אין זיי אַרײַן! [רעפרען]: זעט זשע, קינדערלעך ... אויפֿן פריפעצ'יק ברענט אַ פֿײַערל און אין שטוב איז הייס און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך דעם אַלף-בית. | חדר קטן, צר וחמים, ועל הכירה אש; שם הרבי את תלמידיו מורה אלף-בית. [פזמון]: את תורתי, ילדי חמד, שמעו, זכרו נא: שנו ילדים וחזורו, קמץ-אלף-א! שימו עין, הטו אוזן אל הכתוב פה; מי שיקרא היטב עברית, דגל אתן לו. [פזמון]: את תורתי, ... ההתחלות תמיד קשות, אחר יקל מאוד; אשרי מי שלמד תורה, מה ליהודי עוד? [פזמון]: את תורתי, ... עת תזקינו אף תבינו באותיות שם, כמה דמעות כמות תוכן וכמה נחלי דם. [פזמון]: את תורתי, ... עת בגלות תשאו עלכם אף תאנחו מר; באותיות אז תבקשו נוחם מכל צר. [פזמון]: את תורתי, ... חדר קטן, צר וחמים, ועל הכירה אש; שם הרבי את תלמידיו מורה אלף-בית. |